1940
פֿון װיקיפּעדיע
| 1940 אין פֿארשידענע קאלענדארן | |
| גרעגאריאנישער קאלענדאר | 1940 MCMXL |
| יידישער לוח | ה'ת"ש - ה'תש"א |
| כינעזישער קאלענדאר | 4636 – 4637 己卯 – 庚辰 4637 איז דאס יאר פֿונעם דראַקאן |
| עטיאפישער קאלענדאר | 1932 – 1933 |
| פערסישער קאלענדאר | 1318 – 1319 |
| איסלאמישער קאלענדאר | 1358 – 1359 |
1940 איז דאס 40סטע יאר אינעם 20סטן יארהונדערט. אן עיבור יאר, וואס איז לאנג 366 טעג. דעם 1טן יאנואר 1940 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג.
אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.
אינהאַלט
געשעענישן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]
- 10טן מיי
- נעוויל טשעמבערליין רעזיגנירט פונעם אמט פון פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך, און ווינסטאן טשערטשיל ווערט באשטימט אין זיין ארט
- צווייטע וועלט מלחמה: דייטשלאנד אינוואדירט בעלגיע, האלאנד און לוקסעמבורג
- 13טן מיי
- צווייטע וועלט מלחמה: ווינסטאן טשערטשיל דרשנט זיין בארומטע רעדע "בלוט שווייס און טרערן" אין דעם בריטישן פארלאמענט
- ווילהעלמינא מלכה פון האלאנד אנטלויפט פון דער נאצי אינוואזיע אין דער בריטאניע; די פרינצעסין יוליאנא שמוגלט אירע קינדער אין קאנאדע
- 14טן מיי
- צווייטע וועלט מלחמה: ראטערדאם באמבארדירט דורך דער דייטשער לופטוואפע.
- צווייטע וועלט מלחמה: די האלענדישע לאסטשיף SS Bodegraven, מיט א קינדערטראנספארט פון 80 קינדער, פארט ארויס פון האלאנד אונטער דייטשער שיסעריי פון מאשינביקסן.
- 17טן מיי - צווייטע וועלט מלחמה: די ווערמאכט נעמט איין בריסל
- 24סטן מיי - צווייטע וועלט מלחמה: די דייטשע ארמיי שטעלט זיך אפ לעבן דונקערק
- 28סטן מיי - צווייטע וועלט מלחמה: בעלגיע קאפיטולירט צו נאצי דייטשלאנד
- 13טן יוני - צווייטע וועלט מלחמה: פראנצויזישע רעגירונג אנטלויפט פון פאריז.
- 14טן יוני - צווייטע וועלט מלחמה: נאצי דייטשלאנד נעמט איין פאריז
- 17טן יוני - דער סאוועטן פארבאנד נעמט איין לעטלאנד.
- 22סטן יוני - צווייטע וועלט מלחמה: פראנקרייך קאפיטולירט צו דייטשלאנד נאך א קאמף פון זעקס וואכן.
- 10טן יולי - ווישי רעגירונג פון מארשאל פעטען אויפגעשטעלט אין פראנקרייך
- 23סטן אויגוסט - די דייטשן הייבן אן באמבארדירן לאנדאן
- 7טן אקטאבער - דייטשלאנד אינוואדירט רומעניע
- 12טן אקטאבער - באפעל ארויסגעגעבן אויפצושטעלן די ווארשאווער געטא אין פוילן
- 28סטן אקטאבער - אויסגעבראכן די איטאליענישע-גריכישע מלחמה
- 7טן נאוועמבער - די טאקאמא לאנדפאס בריק פאלט איין נאכן וויגן זיך אין דעם ווינט
געבוירן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]
- 17טן יולי - פייסל חוסייני, פאלעסטינער פאליטיקער (געש' 2001)
געשטארבן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]
- 21סטן אויגוסט - לעאן טראצקי, רוסישער-יידשער רעוואלוציאנער (געב' 1879)
- 30סטן אויגוסט - דזשאזעף דזשאן טאמסאן, ענגלישער פיזיקער (געב' 1856)
- 9טן נאוועמבער - נעוויל טשעמבערליין, פרעמיער מיניסטער פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך (געב' 1869)
נאבעל פריזן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: 1940