בײַם פּאָעט וועלוול טשערנין איז דאָס לעבן געקניפּט און געבונדן מיט דער שווערד For poet Velvl Chernin, life is interwoven with the sword
אין זײַן נײַ בוך ווערט אַפֿילו נישט דערמאָנט דאָס װאָרט „פּאַלעסטינער“ אָדער „אַראַבער“.

Photo by rawpixel
אַז אַ פּאָעט באַטיטלט זײַן נײַ בוך „לעבן מיט אַ שװערד“ איז שׂכלדיק צו שטעלן צװײ פֿראַגעס: װעמענס לעבן, און װעלכע שװערד?
אין דער פּאָעזיע־קריטיק איז מען אָפֿט מאָל פֿאָרזיכטיק אַװעקצושטעלן אַ קלאָרן אונטערשײד צװישן דעם נאַראַטאָר פֿון די לידער, דאָס הײסט, דאָס קול, װאָס רעדט, און דעם פּאָעט אַלײן, דעם בעל־מחבר. דער נאַראַטאָר פֿון די לידער איז נישט גלאַט אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דיכטער. (אַ באַרימטער בײַשפּיל: שעקספּירס סאָנעטן זײַנען נישט אַ פֿאַרצײכענונג פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע, נאָר אַ נאַראַטיװ פֿון אַ פֿיקטיװן פּאַרשױן.)
מע קען אָבער אַ מאָל זײַן צו מדקדק וועגן דעם. אין דעם דאָזיקן בוך, איז קלאָר אַז דער הױפּט־נאַראַטאָר פֿון די לידער איז מער װײניקער דער זעלבער װאָס זײַן נאָמען געפֿינט זיך אױפֿן שער־בלאַט: װעלװל טשערנין, אַ באַקאַנטער פּאָעט, רעדאַקטאָר, אַרױסגעבער, און גרינדער פֿון זשורנאַל „ייִדישלאַנד“ װאָס װױנט כּמה יאָרן אין כּפֿר־אלדד, א קאָלאָניע אױפֿן מערבֿ־ברעג.
װי באַװוּסט איז ער אַ געבױרענער אינעם געוועזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, געאַרבעט אין רעדאַקציע „סאָװעטיש הײמלאַנד,“ געװען (אומלעגאַל) דאָרטן אַקטיװ װי אַ ציוניסט, און דערנאָך עולה געװען אין 1990. דאָס דאָזיקע בוך איז זײַן זעכצנטע. קײן ביכל איז דאָס נישט; ס׳איז אַ װאָגיק באַנד פֿון 200 זײַטלעך. דער לעצטער אָפּטײל פֿון בוך נעמט אַרײַן געשליפֿענע, שאַרפֿע איבערזעצונגען פֿון פֿאַרשײדענע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט אוקראַיִניש, שפּאַניש, העברעיִש און רוסיש.
טשערנין, מיט אײן װאָרט, איז אַ פּאָעט אַ רעליגיעזער ציוניסט, אַ קאָלאָניסט אױפֿן מערבֿ־ברעג, און אַ כּלל־טוער אין דער ייִדישער ליטעראַרישער װעלט. ער פֿירט אױך אַן אינטערנאַצינאַל לעבן. אַ סך פֿון די דאָזיקע לידער טראָגן די נעמען פֿון אײראָפּעיִשע שטעט, און די באַציִונג צװישן אײראָפּע און ישׂראל, דורך די אױגן פֿון אַ רוסישן ייִד אַן עולה, גיט צו אַ פֿאַרשידן־מיניקײט צו דער זאַמלונג. אַזאַ, אין סך־הכּל, איז טשערנין, און אַזאַ איז דאָס „לעבן“ פֿון טיטל.
װאָס איז ער אױסן אין דעם בוך? מיט דעם דאַרף מען אָנקוקן די „שװערד“ פֿונעם טיטל. כאָטש מער װײניקער אַ דריטל פֿון בוך איז אָנגעשריבן געװאָרן נאָך פֿאַרן גורלדיקן ייִדישן יאָר תּשפּ״ג, און פֿאַרן כאַמאַס־אַטאַק פֿון זיבעטן אָקטאָבער, איז דער צענטער און אױסגאַנגפּונקט פֿונעם בוך, װי אַ גאַנצקײט, יענער אַטאַק, און װי אַזױ דער לירישער איך פֿונעם פּאָעט רעאַגירט דערױף.
לױט טשערנין איז דאָס לעבן איצט געקניפּט און געבונדן מיט דער שװערד. כאָטש ער פֿילט זיך געריסן, האַלט ער אױך אַז דאָס פּרוּװן פֿונאַנדערטײלן לעבן און שװער איז נאַיִװ.
און דו וועסט לעבן מיט דײַן שווערד, אויב דו וועסט לעבן.
אַלטערנאַטיוועס זײַנען וויזיעס, ניט מער.
ס׳איז צו געפֿערלעך צו אַ שלום חְנוניש שטרעבן.
דעם פֿאַקט דערווײַזן איז לעת־עתּה גאָר ניט שווער.
עס זײַנען קעגן דיר די הענט כּמעט פֿון אַלע.
עס מוז אויף אַלעמען זײַן דײַן ברוטאַלע האַנט.
די ווערטער זײַנען אַ נבֿואה אַ באַנאַלע,
וואָס ווערט מקוים, כאָטש דו קלאַפּסט זיך קאָפּ אין וואַנט.
בודאַפּעשט תּשפּ״ד
מע מוז זײַן ברוטאַל, לױט טשערנין. די שװערד װעט מען האַלטן נישט נאָר װי אַ דערװײַליקע נײטיקײט, נאָר אין אַ װיזיע פֿון אַחרית־הימים, װי ער רעכנט אױס אין זײַן ליד „גמר חתימה טובֿה“:
עס וואַרטן פֿאַרבלוטיקטע שווערדן
אויף ריינער ווי אמת נעילה
אין הימלען אויף ימען אויף ערדן
בלוט שפּריצט דורך און דורך די לידער. דאָס זײַנען אַװדאי די מחשבֿות פֿון אַ יחיד בימי מלחמה. דער ליריקער איז דאָך אַן אינדיװידועל, װיל מען הערן זײַנע געדאַנקען. אַ מלחמה־בוך אָן בלוט װאָלט נישט געװען אַקוראַט.
װידער קערט מען זיך צוריק צום טיטל. „לעבן מיט אַ שװערד“: איז נאָר פֿאַראַן אײן לעבן מיט אַ שװערד? װער געפֿינט זיך אױפֿן צװײטן עק שװערד?
מע זעט נישט און מע הערט נישט פֿון קרבנות, פֿון די פֿאַרשניטענע. דאָס װאָרט פּאַלעסטינער װערט דאָ נישט דערמאָנט, דאָס װאָרט „אַראַבער“ אױך נישט.
טשערנין קען מען פֿאַרגלײַכן מיט אַן אַנדער פּאָעט, אַ גדול פֿון אונדזער ליטעראַטור, װאָס האָט געהאַלטן פֿון ייִדישער סופּרעמאַטיע און פֿון אומגעצאַמטן כּוח פֿון ייִדישער שװערד פֿעסט אין דער האַנט קעגן גױשע שׂונאים. אורי צבֿי גרינבערג האָט אָבער בפֿירוש דערמאָנט די שׂונאים און געטײלט זיך מיט זײַן קלאָרער װיזיע פֿון דער װעלט. טשערנין בלײַבט אײַנגעשלאָסן אין זײַנע אײגענע בלוטיקע דלתּ אמות.
אַ ליריקער װאָס לאָזט אױס האַלב פֿון דער מלחמה באַגײט נישט נאָר אַ מאָראַלישע נאָר אױך אַן עסטעטישע עוולה. װעמען הרגעט די שװערד? פֿאַר װאָס זעט מען נישט די מתים אױף דער דאָזיקער קאַנװע פֿון קריג?
ס׳איז אַקוראַט און נײטיק אָנצורופֿן טשערנין בײַם נאָמען: אַ טאַלאַנטירטער פּאָעט, אַ געשיקטער איבערזעצער פֿון פֿיל שפּראַכן, אַ שטיצער און דערמעגלעכער פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַטור — און אױך אַזאַ װאָס איז גרײט מקריבֿ צו זײַן יענעם.
עס שמעקט די לופֿט מיט הייסן שטויב,
וואָס בלײַבט דעם זיגער פֿון זײַן רויב.
איך האָב געזיגט. עס טוט מיר באַנג.
אַלץ ווערט צעשטערט. אַ שיינעם דאַנק.
דער דאָזיקער בולטער רמז אױף סוצקעװערס „װאָס װעט בלײַבן“ איז אױך אַן אָנװוּנק אױף דער מאָס פֿון דער טראַגעדיע װאָס דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט אַדורכגעלעבט מיטן זיבעטן אָקטאָבער, און װאָס װערט דאָ פֿאַרטײַטשט פֿון טשערנין.
לױטן דאָזיקן פּאָעט איז דער מוסר־השׂכּל אַ בלוטיקער, אױף אײביק, כאָטש מיט ספֿקות און אינערלעכע קאָנפֿליקטן. ס׳איז אַ לירישער אַפּאָקאַליפּסיס אין אַ הערמעטישן קאַמער.
עס קען זײַן אַז מיט דעם שטעלט זיך פֿאָר די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, בלוט און שװערד, בשעת אַלע אַלטערנאַטיװן װערן טאַקע צעשטערט. װעמען זאָל מען באַדאַנקען?
As we welcome the new year, the shofar’s blast cuts through the noise to wake us up. It calls for truth and accountability within ourselves and for the world.
The Forward takes the call for truth and accountability seriously. Readers come to the Forward for Jewish news they can trust, free of barriers or bias. They want the American Jewish story to be told fully and fairly.
We rely on our readers to help us heed the shofar’s call. I’m counting on you to make a generous gift to the Forward during the High Holiday season and help us reach our goal of $180,000.
— Jay Ehrlich, SVP, Operations
