At this moment of great moral reckoning, we are speaking out with one voice to fulfill the most sacred obligation in Jewish tradition – pikuach nefesh, saving a life

רבנים פֿאַר אַ ביקסנשװײַג (הפסקת אש)

גיב צו דײַן נאָמען

אױב דו ביסט אַ ראַבי צי אַ רבֿ, אָדער לערנט זיך אױף סמיכה, פֿון אומעטום אױף דער װעלט, זײַ אַזױ גוט און גיב צו דײַן נאָמען צו אונדזער מודעה דאָ 

מודעה

מיר זײַנען רבנים און די װאָס לערנען זיך אױף סמיכה, און אין דער רגע פֿון גרױסן חשבון־הנפֿש, רעדן איר אַרױס בפּה־אחד

די פֿון אונדז װאָס טרױערן די װאָך סײַ נאָך ישׂראל־געליבטע, סײַ נאָך פּאַלעסטינישע װײסן אַז אױף אונדזער אימה איז קײן מיליטערישע לײזונג נישטאָ

מיר װײסן אַז אַ סך ייִדן אין אונדזערע קהילות פֿילן זיך צעמישט, פֿאַרצװײפֿלט און דערשראָקן װעגן די געשעענישן װאָס האָבן אָנגעהױבן דעם 7טן אָקטאָבער

צוזאַמען מיט ישׂראל־ייִדן זײַנען מיר אין טיפֿן טרױער נאָך די 1400 ישׂראלים װאָס זײַנען ברוטאַל דערהרגעט געװאָרן פֿון כאַמאַס

מיר שרעקן זיך צוליב די העכער 200 ישׂראל־פֿאַרכאַפּטע – דערװאַקסענע, קינדער און עופֿעלעך – װאָס בלײַבן אין געפֿאַנגענשאַפֿט

פֿונדעסטװעגן, ניצן אױס די רעגירונגען פֿון די פֿש״אַ און ישׂראל אונדזער טרױער כּדי צו באַרעכטיקן גענאָצידישע רציחה געצילעװעט אױפֿן פֿאָלק פֿון עזה

ביז הײַנט זײַנען אומגעקומען העכער 11000 פּאַלעסטינער, אַרײַנגערעכנט 4600 קינדער

לױט „דעפֿענס פֿאַר קינדער אינטערנאַציאָנאַל,“ װערט אײן קינד אין עזה דערהרגעט יעדע 15 מינוט פֿון דער ישׂראל־מיליטער

צענדליקער מענטשן זײַנען נאָך באַגראָבן אונטער די חורבֿות אָן קײנעם װאָס זאָל זײ קענען ראַטעװען

ישׂראל האָט אָפּגעהאַקט עלעקטרע, שפּײַז און מעדיצין – און איצט האַלט עזה בײַם אױסשעפּן זײַן גאַנצן ברענשטאָף.  דאָס איז אַ סכּנה פֿאַר די לעבנס פֿון 2.2 מיליאָן נפֿשות

אין פּנים פֿון דער שרעקעדיקער רציחה, זאָגן מיר נײן

מיר הײבן אַרױס די תּורה־װערט פֿון „וחי בהם“ – דאָס אױסלעבן זיך דורך דער תּורה. די תּורה מוז זײַן אַ קװאַל פֿון לעבן, נישט חלילה פֿון טױט

װי ייִדן, װי ראַבײַס און רבנים, װי מענטשן בעטן מיר זיך בײַ אונדזערע קהילות אױפֿשטײן דורך אונדזער ייאוש און טרױער צו ראַטעװען לעבנס

װי אַמעריקאַנער, רופֿן מיר אונדזערע אָנפֿירערס אױפֿצוהערן שטיצן און באַכּוחן דעם קאָשמאַר

מיר רופֿן אַלע אַמעריקאַנער צו רופֿן זײערע אױסגעקליבענע באַאַמטע און פֿאָדערן, זײ זאָלן תּיכּף אױספֿירן

אונדזער מסורה איז אַן עץ חײם, אַ בױם פֿון לעבן. זײַנע פּרות זײַנען לעבן, נישט חלילה טױט

מיר בעטן אײַך צוצושטײן איצט צו אונדזער רוף אױף אַ פֿולשטענדיקן ביקסנשװײַג, הפֿסקת־אש

אַ ביקסנשװײַג מײנט מער נישט באָמבאַדירן

אַ ביקסנשװײַג מײנט קײן לאַנד־מלחמה

אַ ביקסנשװײַג מײנט מע זאָל איצט באַפֿרײַען די ישׂראל־פֿאַרכאַפּטע

אַ ביקסנשװײַג מײנט אַז די אינטערנאַציאָנאַלע קהילה זאָל זיך איצט פֿאָרנעמען אַדורכצופֿירן אַ יושרדיקן און בלײַביקן שלום אין ישׂראל־פּאַלעסטינע

אַ ביקסנשװײַג איז דער אײנציקער אופֿן צו פֿאַרהיטן מער טױט און צעשטערונג

אַלע מענטשן זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן בצלם אלוקים – אין געטלעכן געשטאַלט. יעדע מענטשלעך לעבן איז הײליק און טײַער

צו פֿיל טײַערע לעבנס װערן פֿאַרשניטן

דאָס קול פֿון ייִדישן פֿאָלק, מער װי אַלע מאָל, מוז זײַן קלאָר און פֿאַראײניקט

קײן מאָל מער איז איצט

קײן מאָל מער פֿאַר קײנעם נישט

נישט אין אונדזערע נעמען

!ביקסנשװײַג איצט